גרויס שמחה ביי ידידינו הרבני הנגיד המפואר מגדולי עמודי התווך של הוצאת יסודי הדת - קרן חיים זאנוויל
- קרן חיים זאנוויל
- Jun 1, 2023
- 1 min read
גרויס שמחה ביי ידידי הרבני הנגיד המפואר מגדולי עמודי התווך של הוצאת יסודי הדת - קרן חיים זאנוויל הר''ר ר' יואל עפשטיין לרגל די חתונה פון זיין חשובע זון משה יודא ני"ו
לכבוד די חתונה איז געדרוקט געווארן א מספר מצומצם פון די נייע באנד אויף די ערשטע אני מאמין - עיקר א - נדבת לבו הטוב פונעם חשובען בעל שמחה רבי יואל הי''ו דער באנד איז כולל די נושאים פון אמונה ויראת שמים - אמונה חושית - מציאות הבורא - השגחה פרטית אויף אידיש בטוב טעם ודעת דער באנד ערשיינט מיט א הערליכע טייערע פאפיר און הארטע דעקל כראוי וכיאות און וועט אויך דינען אלס מהדורה לביקורת ווי עטליכע מלמדים וועלן דאס אויספרובירן - אלס טייל פונעם סיסטעם פון קרן חיים זאנוויל צו פארזיכערן אז יעדע ספר איז אויסגעשטעלט אויף די בעסטע אופן פאר די חשובע מרביצי תורה ווי מען הערט די פידבעק און דערנאך ווערט דאס אריינגעלייגט און מושלם אין די פולקאמע באנד ווועלכע וועט בסייעתא דשמיא ערשיינען צום נייעם לערן יאר לשמחת לב מרביצי תורה און די טויזענטער תלמידים וועלכע האבן אזוי הנאה געהאט פון די פריעדיגע באנד אויף עולם הבא אויך בנדבת לבו פון ידידינו רבי יואל עפשטיין הי''ו ויה''ר די חשובע נדבן זאל האבן הצלחה ברכה וסייעתא דשמיא און נחת פון דעם זיווג און פון אלע קינדער געזונטערהייט און ווייטער אנגיין מיט זיינע עסקנות לטובת הכלל והפרט מתוך הרחבת הדעת וכט''ס!